יחידויות פרטיות - פרסום ראשון

Exclusive audio recordings of private audiences with the Rebbe in Yiddish

 

 

רשימה מילולית מהטייפ בהשמטת כמה פרטים אישיים

[כמה מילים לא ברורים, ובאים בחצאי ריבוע]

 

 

 

ד' סיון תשכ"ח (תמים)

 

דאס איז א יום הולדת ביי דיר?

הת': יא

בנוגע וואס דו שרייבסט מה עדיף טפי בנוגע צו סדרי הלימודים, איז ביי יעדער בחור, ביי יעדער ישיבה בחור, דארף ער וועגן סדרי לימודים – אדער מה עדיף טפי, צי דעם לימוד, צי א צווייטער לימוד, צי לעיונא צי למיגרס וכו' – רעדן מיט דעם ראש ישיבה מיט'ן משפיע חסידות און מיט דער הנהלת הישיבה, און טאן כהוראתם.

בכלל אן עצה אז מען זאל האבן מער התמדה ושקידה און מערער חשק איז, אז מ'זאל לערנען בדיבוק חברים, דאס הייסט מיט א חברותא, דער לערנען זאל זיין מיט א חיות,

און כדי ס'זאל זיין מיט מער חיות דארף מען לערנען בדיבור, ניט נאר טראכטן דעם ענין נאר אויך רעדן אים בעל פה,

און כדי דאס זאל זיין כדבעי, איז גלייכער ווי גערעדט פריער, אז מען רעדט דאס ניט אליין, נאר מען רעדט זיך דורך וועגן דעם אדער מיט א חבר, אדער מיט א [...], אדער מיט א ראש ישיבה,

און בשעת מען רעדט דורך, און יענער פרעגט אפ, צי ער ברענגט א ראי' וכו', ווערט ביי זיך דער זאך קלארער, [מ'זעט אזוי בשעת דער…]

 

בנוגע צו עניני שידוכין, [ווי דערמאנט צום פאטער] איז בכלל כ'מיין – ס'גייט ניט אין דעם טאג אז עס מוז זיין גלייך אסרו חג, ס'קאן זיין אביסל שפעטער, אבער בכלל איז כדאי צו אנהויבן זיך מתעניין זיין בנוגע שידוכים.

ווי ס'זאל זיין דערנאך די הסתדרות לאחרי החתונה, איז דאס איז א זאך וואס בשעת ס'רעדט זיך א שידוך, הענגט דאס אפ אין דעם דעת פון דער בת-גילו אויכעט זעלבסטפארשטענדליך, אבער בכלל האט געדארפט זיין די תנועה אויף באזעצען זיך אין ארץ ישראל, און אויב ס'קען זיין אזא מין פרנסה וואס איז פארבונדען מיט חינוך על טהרת הקודש, אדער לכה"פ אין א מוסד פון חינוך על טהרת הקודש, איז מה טוב.

און אויב דאס איז פארבונדען מיט צפעציעלע שוועריקייטן, איז דעמאלט דארף מען זיך מיישב זיין אויכעט מיט ידידים, צי עלטערן, צי אזוי גוטע פריינט, וואס ווייסן די מצב [און וואוינען] אין ארץ ישראל, און קענען געבן אן עצה לויט די מצב ווען ס'וועט זיין דעמאלט, [ווען] דאס וועט זיין נוגע לפועל.

און דער אויבערשטער זאל דיר מצליח זיין, אז זאלסט מקיים זיין דאס וואס די גמרא זאגט אז ס'דארף זיין עמלים בתורה, [...] רש"י לערנט דאס זאל זיין עמלים בתורה – הארעווען אין תורה, [און זאל מען] הארעווען, און הארעווען אין פועל, און דעמאלט איז דא די הבטחה פון יגעת ומצאת, און בשעת דער לימוד איז כדבעי, דעמאלט איז דער לימוד מביא לידי מעשה בקיום המצוות בהידור,

וואס דאס איז אויכעט א צינור און א כלי אויף באקומען דעם אויבערשטן'ס ברכות אין אלעם אין וואס מען נויטיקט זיך.

פון דעם ברודער האב איך געהאט א גריס פון דארטן, און ענטפערן באזונדער, בכל אופן וועסט אים איבערגעבן איך האב אים דערמאנט אויפן אוהל להמצטרך לו,

און דו זאלסט זיין א חסיד ירא שמים און למדן, מצליח זיין בכל הענינים.

 

 

חשון תשכ"ט (תמים)

 

בנוגע צו שידוכים וועסטו דארט מיישב זיין וועגן די הצעות וואס דו וועסט האבן מיט די עלטערן,

און בכלל, האסטו דארטן קיין-עין-הרע-ניט א גרויסע משפחה, מסתמא וועט מען קענען האבן א גוטע הצעה, און זאל דער אויבערשטער פירן אין א גוטע וועג.

נאר געדארפט אויסנוצן, ס'וועט זיין אין ארץ הקודש, אויף אניאגן דארטן לערנען דאס וואס דו האסט דא געדארפט משלים זיין,

און מ'האפט אויף דיר אז [דו וועסט–] דורך דיר וועט מען קענען דורכשפארן גאנץ גאליציע זאל אנהויבן לערנען חב"ד'צקער חסידות,

במילא זאלסטו זוכה זיין דו זאלסט זיין דעם צינור אויף דעם, דער וועג [דורך דעם] אהינצו אנקומען, און מ'זאל לערנען בהבנה והשגה, דערפאר דארפסטו אבער אליין באווייזן א ביישפיל, אז דו ביסט אן אמת'ער חסיד,

און [דאס–] ס'קומט ארויס צי בלימוד התורה אויכעט, אין לימוד החסידות אויכעט, אין אן אופן פון הפצת המעיינות, ביז ס'קומט אן אין חוצה.

זאל דיר דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין דער נסיעה בשעה טובה ומוצלחת, אנקומען אהינצו געזונטערהייט, און אין א גוטן אופן,

 

האבן א גוטע הסתדרות בכלל, און א גוטן שידוך בפרט,

און עוסק זיין זיך אין תורה הנגלה והחסידות מתוך הרחבה.

 

לאזן גריסן דיינע טאטן מיט דער פעטער, און די משפחה, און הערן פון זיי גוטע בשורות.

 

געווען א גלייכע זאך, איידער דו וועסט פארן זאלסטו זיין אויפן אהל.

 

 

מנחם אב תש"ל (חתן כלה)

 

מזל טוב פאר די שידוך, זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת.

(חסר)

זאל זיין די קביעות זמן החתונה בשעה טובה ומוצלחת, זאל זיין א בנין עדי עד על יסודי התורה והמצוה.

די חתונה וועט זיין מסתמא אין מילאן?

 

כלה: יא

 

זאל זיין אין א גוטע שעה, האבן א פרייליכע חתונה, מיט אלע גוטע זאכן.

[בונה זיין דער דירה] בשעה טובה ומוצלחת, און האבן בשורות טובות בנוגע דעם הכנות צו דעם חתונה ווי ס'דארף צו זיין, און האבן בשורות טובות ביז דעמאלט און נאך דעמאלט,

[דער אויבערשטער] ממלא משאלות לבבכם לטובה בכל הענינים, [במילא] זאל זיין אין א אידישע אופן, אין א תורה אופן, אין א חסידישע אופן,

זאל זיין פרנסה בהרחבה, און פארנוצען די פרנסה אויף געזונטע זאכן און פרייליכע זאכן.

 

איר האט שוין געטראכט בנוגע נאך די חתונה די סדרים אויכעט, ווי…?

(חסר)

איר זוכט דא עפעס א שטעלע, אין ניו יארק? צי?

כלה: ארבעט?

יא.

כלה: יא, אי"ה.

וועלכע? וואס פאר א שטעלע?

כלה: טיטשער.

איז דאך דאס אויך מסתמא פארבונדן מיט צייט. איר האט שוין געזוכט וועגן דערויף?

כלה: אביסל, ניט פיל. איך האב געזוכט אין בארא פארק. איצטער איז דער מנהל זייערע ניטא.

אבער אויב איר וועט געפינען וועלן זיי מסתמא וועלן איר זאלט קומען אין 'בעגינינג אוו דע סקול יר' (beginning of the school year).

כלה: יא, אבער ס'איז שווער, ווייל דער חתונה איז אין אלול…

 

במילא זאל מען זיך צוזאמען רעדן, דער ערשטע זאך מיט דיינע עלטערן, און דערנאך מ'וועט הערן פון זיי עפעס א הצעה, און דערנאך [...] קען מען אלעמאל מאכן א פשרה, כ'מיין ימים טובים איז דאך דריי וואכן – פון פאר ראש השנה ביז נאך שמיני עצרת, נאך שמחת תורה, במילא קען מען אפשר מאכן א פשרה למחצה, כ'מיין זיין א ביסל דא – א ביסל אין ברוקלין, און אביסל אין ארץ ישראל.

ד.ה. [...] הפוך, אביסל אין ארץ ישראל און אביסל דא.

איך ווייס ניט ווי אזוי איז ביים טאטן, דארט איז ר"ה עפעס [פאראן] אזוי, צי [ר"ה]–

(עונה משהו)

גארניט?

רבי: [כ'מיין] יו"כ איז דאך זיכער מסתמא פירן…

חתן: [... ראש השנה]

רבי: דאס אלס?

כ'מיין, איז וואס וועט איר האבן אויף זיין דארטן ר"ה? מערניט וואס מ'וועט זיין צוזאמען? און קיינע ספעציעלע זאכן ניט.

אויב דיינע עלטערן וועלן באשטייען אויף דעם, וואלט מען אפשר דעמאלט געדארפט אפשר מאכן א פשרה.

כ'מיין, שבע ברכות ווייס איך ניט ווי אזוי ס'וועט זיין, אבער בכל אופן דערנאך קען מען מאכן א ביסל דארטן, און דערנאך בנוגע צו די ימים טובים, איז אויב זיי וועלן וועלן דוקא זאל דארטן זיין א [טוּרן], קען מען מאכן א פשרה אז סוכות זאל מען זיין דא, און בפרט נאך מ'וועט האבן דעם טעם, אז אויב מ'וועט האבן דא א שטעלע וואס איז פארבונדען מיט א בית ספר – א סקול, דארף מען דאך זיין דא וואס פריער.

ס'הויבט זיך אן מסתמא נאך פאר ראש השנה, מסתמא חצי אלול, פארשפעטיקן אויף א וואך איז איין זאך, אבער אפלייגן אויף א גאנצע חודש, מ'דארף זען צי מ'וועט מסכים זיין.

אדער איר קאנט פארקערט, בשעת איר וועט האבן דא א פאזישען (position), וועט איר א פרעג טאן ביים מנהל אויף וויפיל ער קאן אייך געבן – אויף וויפיל איר קאנט קומען שפעטער, דערנאך וועט איר וויסן וואס איז אייך איינגענומען [מער].

 

(בחיוך:) נו, מסתמא וועט דער אויבערשטער פירן - קאמפליצירטערע זאכן, איז מסתמא וועט דאס אויך זיין ווי עס דארף צו זיין.

זאל זיין אין א גוטע שעה, הערן פון אייך בשורות טובות.

 

(לפני צאתם שאל הרבי:)

וואלגעמוט פון ברלין [1], דאס איז אייער א קרוב?

כלה: יא.

רבי: ווי אזוי איז ער אייער קרוב? ער [האט] דארט דער ראבינער…

כלה: [ער איז א קרוב] פון מיין טאטן.  

רבי: [דער פאטער ווייסט…] איך האב זיך מיט אים באקאנט בשעת ער איז געווען אין [...]

כלה: [...האט זיך] געוואוינטן נאך אין ציריך?

רבי: אין ציריך איז דאכט זיך [געווען] זיינער א זון. בשעת איך בין געווען אין ברלין, דאס איז געווען מסתמא פערציג יאר צוריק. איז ער דעמאלסט [שוין] געווען א איד מיט א ווייסע בארד, און ער איז געווען דער אנפירער – דער מדריך רוחני – פון 'ראבינער-סעמינאר'. [ער האט] ארויסגעגעבן א זשערנאל, מ'האט דאס גערופען ישורון.

כלה: [...]

רבי: און דערנאך האט – איך געהאט א בריוו פון זיינע א זון, פון [א וואלגעמוט פון…], האט ער מיר געשריבן אז ער איז זיינער א זון.

כלה: [...]

רבי: ער האט געהאט א סאך תלמידים, און ער האט געהאט א גרויסע– אויף זיי [א שיינעם אנזאג], אזוי ווי ביי חסידים א רבי, אזוי איז געווען ביי די תלמידים [פון די ראבינער-סעמינאר].

[זאל זיין בשורות טובות].

 

 

 

ג' כסלו תשל"ב (זוג)

 

אין וועלכע שפיטאל זייט איר פארשריבן?

מרת: לעפערץ.

איר גיט דאך אויף צדקה פאר ליכט צינדן, וועט איר אזוי אויך אין די טעג ביז נאכן האבן – אין א גוטע שעה – געבן אויכעט אויף צדקה מאנטיק און דאנערשטיק אין דער פרי, בלי נדר. טאמער איר וועט אמאל פארגעסן, מאכט אויך ניט אויס.

דער אויבערשטער זאל אייך בענטשן און מצליח זיין, פארענדיקן דעם טראגן אין א לייכטן אופן, און א גוטען אופן, האבן א געזונטען קינד בעתו ובזמנו, מגדל זיין אים צוזאמען מיט דעם מאן לתורה לחופה ולמעשים טובים, און האבן פון אים א סאך חסידישען נחת.

און דאס וואס דו שרייבסט וועגן (חסר) האט מען געדארפט טאן מיט אים מיט א פארקערטע וועג: מ'האט געדארפט ביי אים בעטן א טובה, אז ער זאל זיך פארנעמען מיט א חינוך פון א קלענערן בחור, אויף מחנך זיין אים, העלפן אים – ארויסהעלפן אין לערנען, ארויסהעלפן אים אין יראת שמים, ארויסהעלפן אים אין [השגחה],

און דאס האט איר געדארפט דורך רעדן מיט הרב רסקין, ער [האט – ווייסט] מסתמא, וואו איז דא קלענערע בחורים, פון 'אושען פארקוויי' וכיוצא בזה, וואס זיי נויטיקן זיך אין הדרכה, און קען גאר זיין אז מ'וועט דערפאר צאלן א פאר דאלער אויכעט,

במילא אז מ'וועט אים מאכן אז ער דארף באווייזן א ביישפיל ווי אזוי מ'דארף זיין פרום, און ווי אזוי מ'דארף האבן שיעורים, און ארויסהעלפן דעם צווייטן, דעם בחור, דעם קינד, דעם אינגל, אויף העלפן צוגרייטן דעם לייענען וכיוצא בזה – דאס קען זיין וואלט געווען דער בעסטע וועג, מ'דארף נאר זען ער זאל ניט חושד זיין אז דאס וויל מען אים צוריק אריינשלעפן.

וויבאלד אבער אז מ'וועט נאך צאלן א פאר דאלער אויכעט, און דארט דארף זיין אזוינע בחורים – אזוינע קינדער – צפעציעל אויף 'אושען פארקוויי', וואס די עלטערן ווילן אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן מזמן לזמן, אדער א פאר מאל א וואך, אין הכנת השיעורים, אין צוגרייטן דעם לערנען – דעם לייענען, וכיוצא בזה.

 

אט דאס וואס דו שרייבסט וועגן (חסר): דארף מען פריער ארומקוקן אין וואס עס באשטייט די ארבעט, און דערנאך זען צי דער חשבונות וואס ער זאגט איז דאס א ריכטיגע זאך, וואס ער זאגט בנוגע צו פרנסה וכו' וכו'. געפינען איימיצער וואס פארשטייט אין די זאכן, מיישב זיין זיך מיט אים, און אויב ס'וועט זיך אויסלאזן אז עס מאכט זיך גוטע ידיעות, איז דעמאלט איז א גלייכע זאך אויף אינטערעסירן זיך דערמיט.

 

בנוגע צו שידורים אין ניו יארק איז דערוויילע נאך צו פרי.

 

בנוגע צו דעם (וואס) דו שרייבסט וועגן די פוס, זאל דער אויבערשטער דיר געבן א רפואה קרובה, א רפואה שלימה, און מ'זאל זיין ביידע געזונט, און הערן פון אייך – פון ביידן, געזונטע בשורות און פרייליכע בשורות.

 

(חסר)

איך גלויב ניט אז מ'דארף האבן אויף אים אזא מין השפעה. בשעת מ'וועט אים זאגן אז דערפון וועט ער האבן א פאר דאלער יעדער וואך (חסר), דאס איז דאך א זאך וואס ער וועט ניט דארפן גייען ארבעטן, [צי אויף] א שעה א טאג מסתמא, צי אנדער-האלבע שעה א טאג. אין יעדער פאל, איז דערלייגן וועט מען דערביי גארניט, און איך זע ניט פארוואס מ'זאל דאס ניט פרואווען, ערשטנס איז דער ענין מצד עצמו אן ענין טוב, כ'מיין לערנען מיט אידישע קינדער תורה, איז אין גוטן מוט א גוטע זאך.

בפרט נאך אז דא קומט צו א הצלה פרטית אויכעט, זע איך ניט פארוואס מ'קען דאס ניט – מ'זאל דאס ניט מצליח זיין!

און מ'דארף נאר געפינען, אז מיט אים זאל רעדן איימעצער אז ער זאל זיך ניט כאפן אז דאס מיינט מען עפעס א זייטיקע זאך, נאר דאס מיינט מען טאקע דעם ענין כפשוטו אויכעט.

און אויב הרב רסקין ווייסט ניט אליין, קען ער דאס מברר זיין מסתמא ביי הרב טענענבוים אדער הרב באגאמילסקי – די וואס ווייסן דארט די בחורים.

און לפי די [אותיות] איז דא אסאך וואס נויטיקן זיך אין אזא מין עזר – אין אזא מין הילף, נאר וואס דען ס'דא מסתמא אזוינע וואס קענען צאלן געלט, ניט צאלן געלט, דארף מען זיך עפעס אין דערויף זוכן אן עצה.

 

 

כ"ח אד"ש תשל"ג (זוג)

 

איר זיינט שוין פארשריבן דא אין א שפיטאל?

מרת: יא

רבי: וועלכען?

מרת: לעפערץ.

רבי: זאל דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין, זאל זיין דער טראגן אין א לייכטן אופן, אין א גוטן אופן, האבן א געזונטען קינד בעתו ובזמנו, און מגדל זיין אים צוזאמען מיט דעם מאן צוזאמען מיט די קינד, לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מתוך הרחבה, און האבן א סאך נחת פון די קינדער און א סאך נחת פון זיך.

ס'זאל אויך זיין בשורות טובות וועגן די אלע מענטשן וועגן וועלכע איר דערמאנט דא, אויף מצליח זיין אין זיי אויף מקרב זיין זיי נאכמערער לתורה ומצוותי' וליהדות בכלל, טאן אין די אלע ענינים אויכעט מתוך שמחה וטוב לבב.

 

דאס וואס דו שרייבסט וועגן די הצעה פון (חסר), איז אויב דו קענסט דאס טאן אין די שעות הפנויות דערוויילע, און וואס זיינען פנוי פון עבודת הדפוס, אזוי אויף זיך אליין אויסצופרואווען צי דיר וועט דאס געפעלן, וויפיל צייט דאס דארף נעמען,

און נאך דערויף אז ס'וועט דורכגיין א פאר וואכן אין אן אופן של נסיון, וועסטו דערנאך מחליט זיין ביסלעכווייז, [אריבערגיין] אויב דו וועסט נאר מצליח זיין ס'וועט זיך אויסווייזן א דבר טוב,

אבער ביז דעמאלט, דארף מען ממשיך זיין, פריער דעם גאנצן צייט אין דפוס, און דערנאך, אפילו וועסט דארפן האבן מערער צייט, קאן זיין זיי וועלן מסכים זיין גאר, די ארבעט דארפסט דאך ניט [טאן… שעה…]

קען זיין אז זיי וועלן מסכים זיין, וויסנדיק אז דאס איז פארבונדן מיט [קטן, בראנד] וכו', אז ער וועט מסכים זיין אז דו וועסט בעטן ביי זיי מיט א פאר שעה מערער [טאן] אין די ענינים, אז דו זאלסט קאנען אנהאלטן ביידע זאכן [... בבת אחת], ביז וואנענט עס וועט זיך ארויסווייזן אויף וויפיל דאס איז א דבר מבוסס, און דער עיקר אז דאס איז מספיק אויף פרנסה, דער ענין פון דעם [...].

און דעמאלט וואלט דאס אפשר געווען א גלייכער ענין מצד כמה וכמה ענינים, סיי טוב לבריות און סיי טוב לשמים.

און "לבריות" מיין איך פון זיך אליין.

זאל דער אויבערשטער אייך בענטשן מיט א פריילעכן און א כשר'ן פסח, און בשורות טובות ביז פסח און נאך פסח.

 

 

 

 


[1] הרב יוסף וואלגעמוט (תרכ"ז-תש"ב). ראה מכתב כ"ק אדמו"ר לבנו, הרב יהודא ארי' וואלגעמוט (א' שבט תשי"ב): "נ"ב: בשנת תרפ"ח בהיותי בברלין בקרתי פעם אחת בליל ש"ק בבית אביו זצ"ל ודכירנא שלמד אז אביו לפני ב"ב רמב"ם, ובין הנוכחים הי' ג"כ אחד מתלמידי הקעלמער, אף שאיני זוכר את שמו".